Yom Kippur
Duvid M. Braunstein – ויבין כל יציר כי אתה יצרתו
דו האסט אונז באשאפן
וואס אונז גלוסטען און דארפן
די סדר הבריאה איז דיינס
די תורה איז דיין ווילן
אז אונז זאלן ערפילן
די עבודה איז מיינס
די תרי״ג עיטין די תרי״ג עצות
מיין עבודה אין דיין בריאה איז נישט גרינג
איך קען נישט אליין טראג מיך אויף דיינע פלייצעס
שמרה נפשי ווי דוד המלך איך זינג
ויחד לאהבה וליראה ביידע
אונז זענען דא פאר דיך אין יעדע דור
יעדער פאר זיך האט זיין עקידה
אונזערס זעה און יצחק׳ס זכור